ביזנעס טיפס

אין דעם קאלום וועלן מיר ארומרעדן אינטערעסאנטע געשמאקע ביזנעס-טיפס אויף ביזנעס
, אבער צום ערשט אנהייבן מיט לייכטע עצות וואס וועט מאכן די ארבעט פיל גרינגער.

 

1) זוכן זיך צו מאכן לייכטער

יעדער ווייסט וויפיל כוחות און ענערגיע ארבעט נעמט אין זיך אריין, און אפילו ווען מ'גלייכט די ארבעט וואס מ'טוט, קען עס נישט אייביג זיין לייכט און נישט אלץ איז עס אזוי געשמאק.

אבער די גוטע נייעס איז אז מ'קען זיך פארגרינגערן, און פיל מאל מיט קלייניקייטן זיך מאכן אביסל (אדער א סאך) גרינגער. יעדער וויל דאך מאכן די ארבעט שנעלער, נישט פילן אזוי אויסגעמאטערט און איבערגעארבעט, און האבן מער צייט צו לערנען און דאווענען און טון זאכן וואס מיר גלייכן באמת.

פארשידענע וועגן זענען דא וויאזוי עס צו טון, און אין די פאלגנדע געשמאקע טיפס און טריקס, וואס וועלן לויפן דא וועכנטליך, וועלן מיר צייגן וויאזוי מ'קען באמת זיין מער פראדוקטיוו, באזייטיגן זאכן וואס פעלן זיך נישט אויס צו טון ביי דער ארבעט, און איבער אלעם, מאכן די ארבעט פאר א מער געשמאקע ערפארונג, ווי פארשטענדליך, דארף מען צו אלעם מקדים זיין א תפילה צום רבונו של עולם, אז די עצות זאלן טאקע העלפן און זיך ארויסשטעלן אלס ווירקזאם    .